א מענטש איז פאַטאַל דערשאָסן געווארן און אן אנדערער איז געשטארבן אין אַ קאר עקסידענט מיטוואך, נאָכדעם וואס אויטאריטעטן זאָגן אַ מענטש האט געעפנט פייער אויף עטליכע קאַרס אין צפון סיאַטעל. דער מענטש איז ארעסטירט געווארן נאָכ'ן קראכ'ן מיט א גע'גנב'טע קאר.

סיאַטעל פּאָליציי זאָגן אז עס האט זיך אנגעהויבן אומגעפער 4:05 נאכמיטאג. די מענטש איז צוגעגאנגען צו א קאר און דערשאסן דעם 56 יעהריגער פרוי וואס האט דאס געפירט. זי איז אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל, און איז אין א צופרידנשטעלונגע צושטאַנד. נאָך די ערשטע שיסעריי, האט דער פארשוין געעפנט פייער אויף אַ מעטראָ באס, אנטרעפענדיג און פארוואונדענדיג דעם דרייווער. קינג קאונטי עקזעקוטיוו דאו קאַנסטאַנטין זאגט' אז דער דרייווער - עריק סטאַרק - האט באוויזן צו פירן דעם באס צו אַ זיכער פּלאַץ נאָכ'ן געשאסן ווערן. ער איז שפּעטער טראַנספּערירט געווארן צו די שפּיטאָל.

לויט די אויטאריטעטן איז דער פארשוין - נאָכ'ן שיסן דעם באס דרייווער - צוגעגאנגען צו אן אנדערע קאר, און דערשאָסן און גע'הרג'עט דעם 50 יעהריגער דרייווער. ער איז דאן אנטלאפן פון די פּאָליציי אין דעם מענטש'ס קאר, און צוזאמגעקראכט מיט אן אנדער קאר, האבן באאמטע געזאגט. די 70 יעהריגער מענטש וואס האט גע'דרייוו'ט די אנדערע קאר, איז גע'הרג'עט געווארן אין דעם קראַך.

פּאָליציי זאָגן עס איז געווען אַ קורצע קאמף נאָך די קראַך, פאר דער פארשוין האט זיך אונטערגעגעבן און איז ארעסטירט געווארן. ער איז ארינגעפירט געווארן אין שפיטאל מיט נישט-ערנסטע וואונדן.








קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל