אין אן איבעראשנדער סטעיטמענט, האט דער אויסערן מיניסטער פון די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן דערקלערט אז עס איז געקומען די צייט אז אראבישע לענדער זאלן אנקניפן גוטע באציאונגען מיט מדינת ישראל, זאגנדיג אז דאס וועט העלפן ברענגען א לעזונג צום קאנפליקט צווישן מדינת ישראל און די פאלעסטינער. דער אויסערן מיניסטער אנוואר גארגעש זאגט, אז די פאקט אז אראבישע לענדער האלטן נישט אפ קיין געשפרעכן מיט מדינת ישראל איז קאנטער-פראדוקטיוו, און בעסערע און אפענע באציאונגען קענען ברענגען א פאזיטיווע דיאלאג און אן ענדע צום פארצויגענעם קאנפליקט. דער סטעיטמענט איז א שטארקע טויש אין דעם פופציג יעריגן באיאקאט פון די גאלף לענדער קעגן מדינת ישראל, און קומט נאכדעם וואס אין די לעצטע פאר יאר זענען די באציאונגען געווארן עטוואס אנגעווארימט א דאנק די געמיינזאמע קעגנערשאפט צו איראן.

דער עמיראטן אויסערן מיניסטער אנוואר גארגעש

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל