דער ווענעזועלער רעזשים האט אפיציעל ארויסגעווארפן דעם אפאזיציע פירער כואן גואידא פון זיין אמט אלס פירער פונעם פארליאמענט, און ארויפגעלייגט אויף אים א פארבאט צו האלטן סיי וועלכע אפיציעלע פאזיציע פאר פופצן יאר. גועידא איז דער פירער פון די נאציאנאלע אסעמבלי וואו די אפאזיציע האט א מערהייט, און ער איז אנערקענט ביי רוב מערב וועלט לענדער אלס דער לעגיטימער פרעזידענט פון ווענעזועלע. דער אויסרייד פאר דעם פארבאט, איז אנגעבליכע פינאנאציעלע פארלעצונגען וועלכע ער איז באגאנגען, אבער ווערט שארף קריטיקירט אינטערנאציאנאל, אלס נאך א פארזוך צו דערשטיקן די אפאזיציע פונעם פאלק קעגן דעם ברוטאלן רעזשים פון ניקאלעס מאדורע.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל