אין די לעצטע טאג זענען פארגעקומען דרמאטישע אנטוויקלונגען איבער דעם ברעקזיט סאמאטוכע, וועלכע שאפן כאאס אין בריטישע אינערן פאליטיק. דאס האט זיך אנגעהויבן נאכדעם וואס דער בריטישער פארליאמענט האט גענומען די אויסארדענטליכן שריט פון אוועקנעמען קאנטראל פון די רעגירונג איבער׳ן ברעקזיט פראצעדור און עס שטעלן אונטער די פאראנטווארטליכקייט פונעם פארליאמענט. דער פרעצדענטלאזע אפשטימונג – מיט די שטיצע פון געוויסע אין איר אייגענע פארטיי - באדייט אז דער פארליאמענט וועט אויספירן די פונקציעס פון פארהאנדלן מיט אייראפע, א זאך וואס געהערט פאר די רעגירונג. דאס אוועקנעמען קאנטראל פון די רעגירונג איז ערלויבט אונטער בריטישע געזעץ, אבער איז גאר פרעצדענטלאז און האט נישט פאסירט פאר איבער הונדערט יאר.

דער פארליאמענט וועט אפהאלטן אן אפשטימונג אין די קומענדיגע טעג מיט אכט פארשידענע אויסוואלן וויאזוי צו גיין פאראויס. דאס נעמט אריין די ארגינעלע פלאן פון מעי. עטליכע סארטן שטייער פאראיינען אנשטאט א פולקאמע ברעקזיט. און אויך א גענצליכע אפשאפונג פון ברעקזיט און פאררופן א פרישע רעפערענדום.

אין אן אויפטריט צום פארליאמענט האט מעי ווידעראמאל אפעלירט צו די דעפוטאטן צו שטיצן איר פלאן, און האט פארשפראכן אז אויב געווינט איר פלאן א מערהייט וועט זי אפטרעטן פון אמט און איבערגעבן די לייצעס פאר א פרישן פרעמיער מיניסטער. זי האט דערמיט פרובירט צו מאטיווירן די אינערליכע אפאזיציע אין איר פארטיי וועלכע זוכן איר צו זעהן אינדרויסן.

ברעקזיט

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל