פרעזידענט טראמפ האט היינט גענוצט א שארפן טאן קעגן די רוסישע מיליטערישע אינטערווענץ אין ווענעזועלע אין שטיצע פונעם דיקטאטור ניקאלעס מאדורע, זאגנדיג אז רוסלאנד מוז פארלאזן ווענעזועלע, און אז ״אלע מעגליכקייטן זענען אפן״ צו פארזיכערן אז דאס פאסירט. דער פרעזידענט האט געמאכט דעם סטעיטמענט אינעם ווייסן הויז אין א פרעסע קאנפערענץ אינאיינעם מיט׳ן ווייב פונעם אפאזיציע פרעזידענט כואן גואידא, וועלכע געפונט זיך אין אמעריקע אויף א דיפלאמאטישע מיסיע צו אויפטרייבן שטיצע פאר איר מאן׳ס קאמפ קעגן דעם רעזשים.

דאס קומט א טאג נאכדעם וואס דער רוסישער אויסערן מיניסטעריום האט אפיציעל באשטעטיגט די אנוועזנהייט פון רוסישע טרופן אויפ׳ן ווענעזועלער באדן, זאגנדיג אז דאס איז טייל פון א לאנגיעריגע קאאפעראציע צווישן די צוויי ארמייען.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל