קאראקאס - די שטיצע פונעם רוסיש'ן רעזשים פאר דער ווענעזועלער דיקטאטור ניקאלעס מאדורע איז נישט בלויז אויפ׳ן דיפלאמאטישן פראנט נאר אויך מיליטעריש, ווי עס איז מאניפעסטירט געווארן דעם שבת ווען צוויי רוסישע מיליטערישע פליגער האבן געלאנדעט אינעם לופטפעלד אין קאראקעס — די הויפשטאט פון ווענעזועלע. דער רוסישער אפיציעלער ספוטניק נייעס קוואל האט באשטעטיגט, אז רוסלאנד האט געשיקט ארום 35 טאן פון מיליטערישע הילף, און ארום הונדערט רוסישע טרופן וועלכע וועלן העלפן די ווענעזועלער מיליטער מיט טרענירונג, צולייגנדיג אז דאס איז טייל פון אן אנגייענדיגן מיליטערישע אליאנס צווישן רוסלאנד און ווענעזועלע.
דער אמעריקאנער סעקעטערי אוו סטעיט מייק פּאָמפּעיאָ האט שארף פראטעסטירט די רוסישע אינטערווענץ אין ווענעזועלע, און אפגעהאלטן א טעלעפאנישע געשפרעך מיט זיין רוסישע קאנטער-קאלעגע אין וועלכע ער האט פארלאנגט אז רוסלאנד זאל ענדיגן איר שטיצע פאר מאדורע וועלכע אונטערדריקט דעם ווענעזועלן אויסגעהונגערטע פאלק.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה