מדינת ישראל טוט מאביליזירן קרעפטן צום עזה גרעניץ, און גלייכצייטיג געעפנט א מאסיווע באמבאדירונג אפעראציע אויף כאמאס צילן אין עזה, עטליכע שטונדן נאכדעם וואס א ראקעט פון עזה האט באטראפן און אומגעווארפן א הויז אין מדינת ישראל, איבערלאזנדיג אכט פארוואונדעטע, אריינגערעכנט א פיצל קינד. פרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו האט פארקורצערט א באזוך אין וואשינגטאן, און זיך אומגעקערט אהיים צו פארפיגן אויף די אנטוויקלונגען. הארט פאר׳ן ארויספארן האט ער זיך געטראפן מיט פרעזידענט טראמפ וועלכע האט אויסגעדריקט שטיצע פאר מדינת ישראל, זאגנדיג אז זי האט די רעכט צו רעאגירן מיט די פולסטע מאכט צו דעם אטאקע.

כאמאס האט געזאגט אז זי איז גרייט פאר קריג און וועט באמבאדירן מדינת ישראל מיט ראקעטן, דעריבער זענען די עמורדזשענסי שעלטערס געעפנט געווארן איבער׳ן לאנד, און שולעס און עפנטליכע געביידעס אין די שטעט נאנט צו עזה זענען פארשלאסן געווארן. אזוי אויך זענען באן סערוויסעס אין דרום מדינת ישראל אפגעשטעלט געווארן.

דערווייל האט דער צה"ל ווארטזאגער באשטעטיגט צענדליגע לופט אטאקעס אויף כאמאס צילן, אריינגערעכנט א מיליטערישע געהיימע הויפטקווארטיר פון דעם טעראר גרופע. אין די זעלבע צייט האבן אויטאריטעטן אין עגיפטן געזאגט אז זיי זענען אין פארבינדונג מיט ביידע זייטן אין א פארזוך צו נידערן די פלאמען. כאטש וואס די על דזשאזירא האט באריכטעט אז עגיפטישע אויטאריטעטן האבן באוויזן צו גרייכן א פייער אפשטעל, האבן די איזראעלי מידיא געשריבן אז די פייער אפשטעל איז נאכנישט אויסגעארבעט און אז צה"ל האמערט ווייטער אויף פאלעסטינער פאזיציעס.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל