אינדיע האט אראפגעשאסן אן אקטיווע סאטעליט אין ספעיס, אלס טייל פון א פראבע אויף איר פרישע באליסטישע מיסיל טעכנאלאגיע, א מיליטערישער דורכברוך וועלכע שטעלט אינדיע אין די ליגע פון געציילטע לענדער מיט די מעגליכקייטן, אינאיינעם מיט אמעריקע, כינע און רוסלאנד. דער מיסיל האט געצילט א סאטעליט פון אינדיע וועלכע איז ארויסגעשיקט געווארן פאריגן חודש פאר דעם צוועק, און דער סוקסעספולער פראבע פארשטערקערט דעם מיליטערישן אויבערהאנט פון אינדיע אין א צייט וואס די באציאונגען מיט׳ן דערנעבנדיגן פאקיסטאן זענען גאר אנגעשטרענגט.
דער פרעמיער מיניסטער נעראנדרא מאודי האט געמאכט דעם אנאנסירונג מיט גרויס פאמפע, אבער האט אונטערגעשטראכן אז דער פראבע איז נישט געצילט צו שיקן א ווארנונג קעגן סיי וועלכע לאנד, נאר איז א טייל פון די אנגייענדע פארזוכן פון אינדיע צו באנייען אירע מיליטערישע מעגליכקייטן.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה