פּאָול מענעפאָרט, פּרעזידענט טראָמפּ'ס געוועזענע קאַמפּיין טשערמאַן, איז אנגעקלאגט געווארן אין ניו יארק מיט מאָרטגעדזש שווינדל און מער ווי אַ טוץ אַנדערע סטעיט פעלאָניס, האָט די מאַנהעטן דיסטריקט אַטוירני סירוס ווענס היינט געזאגט, אין א מיטל צו פארזיכערן אז ער וועט זיצן אין טורמע אפילו אויב פּרעזידענט טראָמפּ פּאַרדאָנירן אים פאַר זיינע פעדעראַלע פארברעכן. די נייעס קומט באַלד נאָכדעם וואס מענעפאָרט איז פאַרשיקט געוואָרן צו זיין צווייטע פעדעראַלע טורמע טערמין אין צוויי וואָכן; ער איז איצט אויסגעשטעלט צו אַ סך הכל פון מער ווי זיבן יאָר אין תפיסה פאַר שטייער און באַנק שווינדל און קאָנספּיראַציע אין צוויי פאַרבונדענע קעיסעס געבראַכט דורך די ספּעציעלער פּראָקוראָר ראבערט מוללער.

דער פּרעזידענט האָט ברייטע מאַכטן אַרויסצוגעבן פּאַרדאָנס פאַר פעדעראַלע פאַרברעכן, אָבער האָט נישט אַזאַ אויטאָריטעט אין סטעיט קעיסעס. כאָטש וואס פּרעזידענט טראָמפּ האָט נישט געזאגט צו ער פּלאַנט צו פּאַרדאָנירן מענעפאָרט , האָט ער אָפט גערעדט וועגן זיין מאַכט צו פּאַרדאָנירן, און האָט עטליכע מאל פאַרטיידיגט מענעפאָרט, רופנדיג אים אַ "בראַווער מאַן".

די נייע סטעיט קלאגעס קעגן מענעפאָרט זענען אַריינגערעכנט אין אַ 16-קאַונט אינדייטמענט, וואס באַשולדיגט אַ יאָר-לאנגע שווינדל אין וואָס ער געפעלשט ביזנעס ביכער צו קריגן מיליאנען אין הלוואות, האָט ווענס געזאָגט אין אַ פּרעסע רעליעס נאָך די פעדעראַלע פאַראורטיילונג. "קיינער איז נישט העכער פון די געזעץ אין ניו יארק", האט ער געזאגט, צוגעבנדיג אַז די אויספאָרשונג דורך די פּראָקוראָרן אין זיין אָפיס האָט "אַנדעקט ערנסטע קרימינאַלע פאַרברעכן איבער וואָס [מענעפאָרט] איז נאָכנישט באַשולדיגט געוואָרן".



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל