א מאסיווער אבזערוואציע טראסע (דעק בלע"ז) - וואס וועט זיין די העכסטע אויפן מעריב זייט פון די וועלט (העמסיפער בלע"ז) - גייט זיך בקרוב עפענען פאר די פאבליק, אין נישט קיין צווייטע פלאץ ווי דא אין אונזער היימשטאט ניו יארק סיטי, אינעם שכינות׳דיגן מאנהעטן. די גיגאנטישער דעק וואס ווערט אצינד געבויט און האלט שוין אין אירע פארענדיגונג שטאפלען, געפינט זיך אויף א וואלקן-קראצער אין האדסאן יארדס קאמפלעקס. (האדסאן יארדס איז א גרויסע שטיק שטח מאנהעטן אויף וואס עס ווערט אצינד ארויפגעצויגן א מאסיווע ריעל-עסטעיט דעוועלאפמענט), און איז גאנצע 1,100 פיס ארויף, וואס איז הונדערט שטאק העכער די ערד פלאך. עס וועט געבן אירע באזוכער א מאנסטעריש הערליכע און אויגפארכאפענדע פאנאראמע אויפן גאנצן ארום, צו די זייט פונעם אטלאנטיק אָקעאַן.

דער דעק, וואס וועט גערופן ווערן די ״עדזש״ (Edge), וועט ארויסשטארן 65 פיס פונעם געביידע. עס וועט אויף זיך קענען האלטן ביז 500 מענטשן אויף איינמאל. עס וועט פארמאגן א גלעזערנעם פּאָדלאָגע, אז די שוואכע הערצער זאלן שפירן ווי זיי פאלן אראפ פון זינען... אזוי אויך וועט די ווענט פונעם דעק זיין פון גלאז, 4 אינטש דיק און 9 פיס הויך, אז די בליק זאל זיין באספקלריא המאירה. די שטאקן ארום דעם דעק וועט זיי ספעציעל געאייגענט צו סערווירן אירע באזוכער, מיט אינטערהאלטונגס אפטיילונגען און רעסטוראנטן. אזוי אויך וועט די געביידע האבן א ספעציעלע שנעלע-צוג עלעוועטאר וואס וועט פירן פון אינטען גלייך אהין ארויף.

די דעק איז ערווארטעט זיך צו עפענען אנפאנג 2020. עס וועט זיין ספעציעלע שטונדען פאר טוריסטן און באזוכער. אזוי אויך וועט מען עס קענען ארויסדינגען פאר פריוואטע אווענטן. צוויי מאל א יאר איז ערווארטעט א ספעציעל גרויסע פארזאמלונג פון געסט וואס וועלן קומען א בליק טוהן פון דער הייעך, און דאס איז דורכאויס די חוה״מ טעג פון די צוויי הייליגע ימים טובים פסח און סוכות...

א טור אויף דעם געגאנטישן אומפארענדיגטער טראסע


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל