גאווערנער ענדרו קאָומאָו האט נעכטן אויפגעפאדערט פון די פעדעראלע אַוויאַציע אַדמיניסטראַציע צו גראַונד'ן די קאָנטראָווערסיאַלע באָואינג עירקרעפט פארמישט אין צוויי פאַטאַלע עקסידענטן אין בלויז פינף מאנאטן. אין אַ פאראייניגטע סטעיטמעט, האט גאוו. קאָומאָו און פּאָרט אויטאָריטעט עקזעקוטיוו דירעקטאָר ריק קאַטאַן געזאגט, אז די פאַראַנטוואָרטליכקייט פאַר לופט זיכערקייט איז אין די הענט פון די פעדעראלע רעגירונג. "מער ווי אַ טוץ רעגירונגען אַרום די וועלט האָבן שוין גע'גראַונד'עט די 737 מעקס," האט די סטעיטמענט געזאגט.

די אי.יו. אַוויאַציע סעיפטי אַגענטור האט נעכטן סוספּענדירט אַלע פלייטס פון די 737-8 מעקס און די 737-9 מעקס, אלס אַ "באַוואָרעניש מיטל" נאָך די קראַך פון אַ עטיאָפּיען עירליינס מעקס 8 זונטאג וואס האט אומגעברענגט אַלע 157 מענטשן דערויף. כינע, אינדאָנעזיע, סינגאַפּאָור, אויסטראַליע און מאַלאַזיע האָבן אויך פארבאטן די פליגער פון זייער לופט-פּאַס. אבער די עף.עי.עי. האט געזאגט אין אַ סטעיטמענט אַז איר אָפּשאַצונג פון אינפארמאציע אנבאלאנגט די פליגער האט נישט געוויזן "קיין סיסטעמאטישע אישוס און גיבט נישט קיין באַזיס צו באפעהלן די גראַונדונג פון די פליגער".


באריכט פון ישי שאלאמאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל