פרישע דאקומענטן צייגן אז אנהויב זוממער 2017 האט שוין די מוללער שטאב באקומען א ״סוירטש ווארענט״ פונעם געריכט זיך צו באנוצן מיט טעכנאלאגישע מיטלן צו אריינדרינגען אין די פערזענליכע טעלעפאנען פון קאהן אויף צו איבערקוקן זיינע אימעיל קארעספאדענץ, אין פארבינדונג צו די שווייגעניש געלט וואס ער האט געצאלט דורכאויס דעם קאמפיין. דאס איז ארום ניין חדשים פאר קאהן איז ארעסטירט געווארן און די קאנטראווערסיע ארום די שווייגעניש געלט איז אויפגעדעקט געווארן.

ארגינאל האט מוללער געפארשט דאס וואס קאהן האט געקריגן גרויסע געלטער פון אויסלענדישע קוועלער, אריינגערעכנט א פירמע מיט׳ן נאמען קאלאמבוס נאווע, וועלכע באלאנגט פאר דער רוסישער אליגראך וויקטאר וועקסעלבערג וועלכער איז נאנט פארבינדן צו פוטין, און פראקורארן פארדעכטיגן אז דאס געלט איז געקומען פון רוסלאנד, מעגליך פאר׳ן קאמפיין אבער די פירמע זאגט אבער אז זיי האבן גענוצט די סערוויסעס פון קאהן אלס ראטגעבער, און אז דאס געלט איז נישט פארבינדן צו וועקסעלבערג.

די דאקומענטן זענען נעכטן ארויסגעגעבן געווארן נאכדעם וואס מוללער האט עס אריינגעגעבן אין געריכט אין וועלכע זיי בעטן מער צייט אויף צו אריינגעבן געוויסע דאקומענטן שרייבנדיג אז זיי זענען ״שטארק פארנומען מיט אנגייענדע אויספארשונגען״ – אז זאך וואס צייגט אז דער מוללער אויספארשונג נאך נישט פערטיג און קען נאך אנהאלטן א שטיק צייט.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל