דער פרעזידענט פון קאזאכסטאן נורסולטאן נאזערבייעוו האט נעכטן געמאלדן זיין רעזיגנאציע נאכ׳ן דינען אויף די פאזיציע פאר דרייסיג יאר. דער 79 יעריגער פירער האט נישט אנגעגעבן קיין סיבה פאר זיין רעזיגנאציע און נאמינירט דעם הויפט פונעם פארליאמענט צו דינען אויף די פאזיציע ביז עס וועלן פאררופן ווערן פרישע וואלן. נאזערבייעוו איז א דיקטאטורישע פירער וועלכער האט געווינען עטליכע מאל מיט איבער ניינציג פראצענט אין וואלן וועלכע זענען באטראכט אלס א ״שפיל״, ער וועט דערווייל בלייבן דער הויפט פון די פארטיי וועלכע איז אין די מאכט, און אזוי ארום ווייטער אנהאלטן א שטארקע פאליטישע איינפלוס.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל