איטאליע האט אנטוישט די מערב וועלט מיט׳ן זיך אנשליסן אינעם כינעזער ״בעלט ענד ראוד״ אינציאטיוו אונטער וועלכע די כינעזער רעגירונג גיסט אריין ביליאנען אין אינפרוסטרוקטור פון לענדער איבער די וועלט, א זאך וואס שענקט איר א דיפלאמאטישע און עקאנאמישע אויבערהאנט אין די לענדער. דאס איז די ערשטע נאט״א מיטגליד וועלכע שליסט זיך אן אין דעם פראיעקט וועלכע שענקט פאר כינע א שטארקע פוסטריט אריין אינעם אייראפעאישן מארקעט, און ברענגט זארג אין אמעריקע איבער די וואקסנדע איינפלוס וואס כינע קויפט זיך איין אויפ׳ן גלאבאלן ארענע.
דאס קומט אלס טייל פון א ברייטערע פארזוך פון די איטאליענער רעגירונג צו שפייען אין די קאשע פון אייראפע און צייגן זעלבסשטענדיגקייט, דער אפמאך צווישן איטאליע און כינע וועט געמאלדן ווערן היינט ווען דער כינעזער פרעזידענט טשי קומט אן אויף א באזוך אין איטאליע.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה