דזשאָוסעף רעימאָנד מעקאַרטי (געבוירן נאוועמבער 14, 1908 און געשטארבן מאי 2, 1957) איז געווען אַן אמעריקאנער פּאָליטיקאַנט וואס האט געדינט אלס אַ רעפובליקאנער סענאַטאָר פון וויסקאַנסין פון 1947 ביז זיין טויט אין 1957. אָנהייב אין 1950, איז מאַקאַרטי געווארן די מערסט-באוואוסטע פובליק נאמען פאר אַ פּעריאָד אין די פאַראייניגטע שטאַטן, אין וועלכע קאלטע קריג אנגעצויגנקייט האט געפיטערט שרעק און פאניק איבער ברייטפארשפרייטע קאָמוניסטישע אינפילטראַציע. ער איז באוואוסט געווען פאר'ן באשולדיגן אנדערע פאליטיקאנטן וואס זענען נישט געגאנגען אין זיין שפאן, אלס זיין פארבינדען מיט די קאָמוניסטן און רוסישע שפיאנען. ער האט גע'טענה'ט אז די קאָמוניסטן און סאָוויעט סימפאטיקערס האבן אינפילטרירט די פעדעראלע רעגירונג, אוניווערסיטעטן, די מאווי אינדוסטריע, און אנדערע פלעצער. עווענטועל, האבן די שמוציגע טאַקטיקן געפירט אז ער זאל פאראורטיילט (סענשור'ט) ווערן דורך די סענאַט.
די קאנגרעסיאנאלע סענשור פראצעדור, איז א פאָרמאַלע פובליק פארדאמונג פון א מענטש, געווענליך איינער פון די אייגענע מיטגלידער אדער א אנדערע פעדעראלע באאמטער, ווען יענער פירט זיך אויף אין א אומאקצעפטירבארע וועג.
דער טערמין "מעקאַרטיזם", גערופן נאך מעקאַרטי'ס פּראַקטיצירונג, איז אויך גענוצט געווארן אויף אנדערע ענליכע אגרעסיווע און ראדיקאלע אַנטי-קאָמוניסטן אַקטיוויטעטן. היינטיגע צייטן ווערט דער טערמין גענוצט אויך איינעם וואָס ווערט געזעהן אלס דעמאָגאַגיש, ווילד, און מיט אומאויפגעוויזענע באשולדיגונגען, ווי אויך ווען איינער אטאקירט עפנטליך אנדערע'ס כאַראַקטער אָדער די פּאַטריאָטיזם פון פּאָליטישע קעגנערס.
געבוירן אין וויסקאַנסין, איז מעקאַרטי אריינגעברענגט געווארן צו דינען אין די אמעריקאנער מארינס אין 1942, וואו ער געדינט אלס אַ אינטעלידזשענס בריפינג אָפיציר פאַר אַ "דייוו באָמבאַדירער סקוואַדראָן. נאָך די ענדע פון דער צווייטער וועלט קריג, האט ער דערגרייכט דעם ראַנג פון מעידזשאָר.
מעקאַרטי איז דערפארלגרייך געלאפן פאַר א סענאַט זיץ אין 1946. נאך דריי מערסטענס-שטילע יאהרן אין די סענאט, איז מעקאַרטי פּלוצלינג באַרימט געווארן אין פעברואַר 1950, ווען ער האט דערמאנט אין א רעדע אז ער פארמאגט א ליסטע פון "מיטגלידער פון די קאָמוניסטישע פארטיי און מיטגלידער פון א שפיאנאזש צירקל" וואס ארבעטן פאר די סטעיט דעפארטמענט (פולע רעדע). אין די קומענדיגע יאהרן נאכפאלגענדיג די 1950 רעדע, האט מעקאַרטי כסדר אויפגעקומען מיט פרישע באשולדיגונגען איבער קאָמוניסטישע אינפילטראַציע אין די סטעיט דעפארטמענט, די טרומאן אדמיניסטראציע, די "וואויס אוו אמעריקע" ראדיא און טעלעוויזיע פליגל פון די אמעריקאננער רעגירונג, און די אמעריקאנער ארמיי.
דער געוועזענער סענאַטאָר אַלאַן סימפּסאָן האט געשריבן, "די אַזוי-גערופענע "רויטע שרעק" (די אפיציעלע קאליר פון די סאָוויעט איז געווען רויט, א שטייגער ווי "די רויטע ארמיי") איז געווען די הויפּט פאָקוס פון מערסטענס היסטאָריקערס פון יענע צייטן".
מיט די שטארק-פובליצירטע "אַרמיי-מעקאַרטי פארהערן" פון 1954, און נאכפאלגענדיג די זעלבסטמאָרד פון וויאָמינג סענאַטאָר לעסטער האָנט די זעלבע יאָהר, האט מעקאַרטי פארלוירן מערסטענס פון זיין שטיצע און פּאָפּולאַריטעט. אום דעצעמבער 2, 1954, האט דער סענאַט געשטימט צו סענשור'ן סענאַטאָר מעקאַרטי, מיט 67 שטימעס דערפאר און 22 שטימעס דערקעגן, שטעלנדיג אים אין א פארשעמענדע פאזיציע וואָס ווייניג סענאַטאָרן זענען אמאל אפגעקומען. ער איז ווייטער אנגעגאנגען מיט זיין העצע קעגן קאָמוניזם און סאָציאַליזם, ביז זיין טויט אין 1957 יאר אין בעטהעסדאַ נעוואַל שפיטאל אין בעטהעסדאַ (ע"ש "בית חסד"), מערילאַנד.
באַשריבן דורך אפרים הערשקאוויטש צו אידישע ענציקלאָפּידיע (וועב | טעלעגראם | אינסטעגראם)
הוסף רשומת תגובה