די אַמעריקאַנער פעדעראַלע רעגירונג איז צוטיילט אין דריי טיילן:
- די עקזעקוטיווע צווייג, וואָס נעמט אַריין די פרעזידענט, מיט נאָך בערך פינף מיליאָן אַרבייטער.
- די לעגיסלאַטיווע צווייג, וואָס נעמט אַריין די רעפרעזענטאַטן הויז און די סענאַט.
- און די דזשודישעל צווייג, וואָס נעמט אַריין די סופרים קאָורט און אַנדערע פעדעראַלע געריכטן.
די פרעזידענט פון די פאַראייניגטע שטאַטן, פאַרפיגט אויף די עקזעקוטיווע צווייג פון די אַמעריקאַנער רעגירונג. דער פרעזידענט אינפאָרסירט די געזעצן וואָס דער לעגיסלאַטיווע צווייג שטעלט אַוועק. דער פרעזידענט איז ערוויילט דורך די אַמעריקאַנער בירגער וואָס זענען אַכצן יאָהר און עלטער, וואָס שטימען ביי די פרעזידענטליכע וואַלן אין די שטאַט ווי זיי זענען רעגיסטרירט. די שטימען ווערן דאַן צוזאַמגענומען אין יעדע שטאַט, און פאָרמירן א עלעקטאָרעל קאַלעדזש סיסטעם. יעדע שטאַט האָט די נומער עלעקטאָרעל שטימען, באַזירט לויט די צאָל סענאַטאָרן און רעפרעזענטאַטן זיי האָבן. עס איז מעגליך צו געווינען מיט די מערסטע פאַפולערע שטימען איבערן לאַנד, און פאַרלירן די עלעקטאָרעל קאַלעדזש.
די לעגיסלאַטיווע צווייג פון די אַמעריקאַנער רעגירונג, ווערט גערופן "קאָנגרעס" (כאָטש וואָס די רעפרעזענטאַטן הויז ווערט אויף ספעציפיש גערופן קאָנגרעס). קאָנגרעס מאַכט געזעצן, און איז צוטיילט אין צוויי טיילן. איין טייל הייסט די סענאַט, וואָס באַשטייט פון הונדערט סענאַטאָרן, צוויי פון יעדע שטאַט. די אַנדערע טייל, הייסט די רעפרעזענטאַטן הויז. רעפרעזענטאַטן נעמען זיך צוזאַם צו דיסקוסירן געדאַנקן, און באַשליסן אויב די געדאַנקן (בילס) ווערן געזעצן. עס זענען פאַרהאַן 435 רעפרעזענטאַטן. די נומער רעפרעזענטאַטן פון יעדע שטאַט ווערט באַשלאָסן לויט איר פאַפולאציע. געוויסע שטאַטן האבן נאר צוויי רעפרעזענטאַטן, אנדערע האבן 40. סיי די סענאַטאָרן און סיי די רעפרעזענטאַטן ווערן ערוויילט דורך די בירגער פון יענע שטאַט.
די דזשודישעל טייל פון די פאַראייניגטע שטאַטן, רעכנט אַריין די סופרים קאָורט מיט אירע ניין ריכטער. זיי זענען ספעציעלע ריכטער, וואָס טייטשען אויס געזעצן לויט די קאָנסטיטוציע. די ריכטער הערן נאָר קעיסעס וואָס האָבן אַ שייכות מיט די קאָנסטיטוציע. זיי זענען די העכסטע געריכט אין לאַנד. די פעדעראַלע געריכט סיסטעם האט אויף נידריגערע געריכטן, וואס געפונען זיך אין יעדע שטאַט, און זיי הערן אויס קעיסעס איבער די פעדעראלע געזעצן.
הוסף רשומת תגובה