מעקאַרטיזם איז די פירונג פון מאכן באשולדיגונגען פון קארופציע אדער פאררעטער אָהן קיין געהעריגע אינטערעסע אין באווייזן. דער טערמין רעפערירט צו דעם סענאַטאָר דזשאָוסעף מעקאַרטי (א רעפובליקאנער פון וויסקאַסין) און האט זיך אנגעהויבן אין די צייט אין אמעריקע באקאנט אלס "די צווייטע רויטע שרעק", אנהאלטענדיג פון די שפּעטע 1940'ערס דורכאויס די 1950'ערס. עס איז געווען כאראַקטעריזירט דורך ווילדע פּאָליטישע פאַרפאלגונגען און אַ קאמפיין צו פארשפרייטן שרעק און פאניק פון קאָמוניסטישע איינפלוס אויף אמעריקאנער אינסטיטוציעס און שפּיאָנען דורך סאָוויעטישע אגענטן.

דער טערמין "מעקאַרטיזם", גערופן נאך סענאטאר מעקאַרטי'ס פראקטיצירונג, איז אויך גענוצט געווארן אויף אנדערע ענליכע אגרעסיווע און ראדיקאלע אַנטי-קאָמוניסטן אַקטיוויטעטן. היינטיגע צייטן ווערט דער טערמין גענוצט אויך איינעם וואָס געזעהן אלס דעמאָגאַגיש, ווילד, און אומבאוויזענע באשולדיגונגען, ווי אויך ווען איינער אטאקירט עפנטליך אנדערע'ס כאַראַקטער אָדער די פּאַטריאָטיזם פון פּאָליטישע קעגנערס.

לייענט מער איבער דזשאָוסעף מעקאַרטי און די היסטאריע פון יענע צייטן


באַשריבן דורך אפרים הערשקאוויטש צו אידישע ענציקלאָפּידיע (וועב | טעלעגראם | אינסטעגראם)


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל