די פעדעראלע טרעיד קאַמישאָן (עף.טי.סי.) האט געברענגט איר ערשטע אפעקטיווער קעיס קעגן אַ אָנליין פירמע פאַר'ן קויפן פאלשע עמאַזאָן רעוויו'ס צו פאַרקויפן אַ שוואכע פּראָדוקט. די אַגענטור האט גע'פייל'ט איר קלאגע פעברואר 19, און דערגרייכט אַ אויסגלייך וואס רעכנט אריין אַ 12,800,000 דאלערדיגע שטראף.
די באשולדיגטע פירמע, "קיור ענקאַפּסולעישאָנס", וואָס איז באזירט אין וויליאַמבורג און איז די אייגענטום פון א היימישע איד, ברוקלין, האט געצאהלט געלד פאר אנדערע מענטשן צו קויפן איר פראדוקט און גיבן גוטע שאצונגען, אזוי ארום וועלן אנדערע אמדולשיגע עס קויפן, מיינענדיג אז די קונדן זענען באמת צופרידן. דער פּראָדוקט איז א מכלומרישע סופּלימענט וואס העלפט פארלירן וואג אונטערדרוקט די אפעטיט, געמאכט פון אינדאנעזישע פרוכט "גאַרסיניאַ קאַמבאָגיאַ" (די פרוכט קוקט אויז ווי אַ קליינע גרינע פּאָמפּקין און איז פארבונדן מיט לעבער קראנקייטן).

אין זייער עמאַזאָן באשרייבונג, שרייבט קיור ענקאַפּסולעישאָנס, אז "שטודיעס האָבן געוויזן אַז דאָס צייט-פרובירטע (פראבעס דורכאויס א לענגערע צייט) פרוכט האט אָהן אַ שיעור פאַרגאַפטע מעלות" און "ממש בלאַקירט פעטנס פון פאָרמירונג!" פאקטיש איז נישט פארהאן קיין שום סייענטיפישע שטודיעס און באווייזן. די עף-טי-סי'ס קלאגע באמערקט אַז אַלע פארקויפונג פון קיור ענקאַפּסולעישאָנס' פּראָדוקטן זענען געקומען נאר דורך עמאַזאָן, און אַז קיין איינע פון זייערע צוזאגען זענען סייענטיפיש אויפגעוויזן.
די פירמע האט געקויפט עמאַזאָן שאצונגען (רעיטס) פאר דעם פּראָדוקט כאטש זינט אקטאבער 2014. די קלאגע ברענגט אַ אימעיל פון די פירמע'ס אייגענטומער צו די באַזיצער פון די אייגענטומער פון די פאלשע ראטעס "עמאַזאָן וועריפייעד רעוויוס" אנבאטענדיג טויזט דאלער אים צו שרייבן די ערשטע 30 רעוויוס, און פארשלאגענדיג אַ לאַנגע-טערמין צוזאמארבעט צו האַלטן זיין פּראָדוקט'ס ראטע העכער 4.3 שטערנס.

הוסף רשומת תגובה