דער ״וואל סטריט דזשורנאל״ האט היינט אויפגעדעקט אז עס זענען פארגעקומען געשפרעכן צווישן אדוואקאטן פון פרעזידענט טראמפ און מייקל קאהן איבער א פרעזידענטליכע פארדאן פאר קאהן, אין אויסטויש פאר׳ן נישט קאאפערירן אין אויספארשונגען קעגן דעם פרעזידענט. לויט דעם באריכט האט דער קאהן אדוואקאט געבעטן דעם פארדאן, און רודי דזשוליאני האט אים געזאגט אז "עס איז נישט אויסגעשלאסן" און געלאזט אפן דעם מעגליכקייט. דאס איז א דירעקטע סתירה צו דאס וואס קאהן האט געזאגט פאר קאנגרעס פאריגע וואך אז ער האט נישט געזוכט קיין פארדאן. און קען אויך שאפן פראבלעמען פאר טראמפ. לויט דעם באריכט אינעם דזשורנאל, איז דער טראנסקריפט פון די געשפרעכן א טייל פון די מאטריאל וואס דער דעמאקראטן אין קאנגרעס פארמאגן, און וועט זיין טייל פון דעם ברייטן אויספארשונג וואס זיי האבן נעכטן געעפנט איבער מעגליכע שטייער שווינדל און פינאנציעלע פארברעכנס וועלכע פרעזידענט טראמפ זאל האבן באגאנגען.

רעפובליקאנער ברויזן גאר שטארק איבער דעם פרישן אויספארשונג, און פרעזידענט טראמפ האט דאס אנגערופן "מעקארטיזם", און באשולדיגט די דעמאקראטן אין נוצן זייער מאכט פאר פאליטישע רדיפות, און דאס ווייסע הויז ווארטזאגערין האט רעאגירט אז די אויספארשונגען זענען א "פארזוך פון די דעמאקראטן צו פארקירווען דעם געשפרעך פון זייער ראדיקאלע אגענדע..."

מייקל כהן און זיין אדוואקאט סטיווען רייען
מייקל כהן און זיין אדוואקאט סטיווען רייען

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל