די טיילנעמערס אין אַ גאַס פייערונג זונטאָג אין די בעלגישע שטאָט אַלסט האבן געפירט א ריזיגע פּאַפּעט פון ארטאדאקסישע אידן מיט אַ ראַט אויף זעק מיט געלד, ברענגענדיג די האָלענדישע הויפט רב בנימין דזשאַקאָבס צו פארדאמען די אַקט אלס "שאַקירענד, טיפּיש, אַנטיסעמיטיש קאַריקאַטורן פון 1939". די שירעם גרופּעס וואָס פארטרעטן אין בעלגיע די פלעמיש-רעדנדע אידן (עף.דזשעי.אָו.) און די פראַנצויזיש רעדנדע אידן (סי.סי.אָו.דזשעי.בי.) האבן אריינגעגעבן א באקלאגעניש צו די פעדעראלע יו.ען.איי.עי. וואַטשדאָג אויף ראסיזם. "אין אַ דעמאָקראַטיע ווי בעלגיע, איז נישט קיין פּלאַץ פאַר אַזעלכע זאכן, קאַרנאַוועל אָדער נישט", האבן זיי געשריבן.

די גרופּע "וויסמויל'ן" האט געמאכט צוויי פּאָפּעטן אלס זייער 2019 סטיל פאַר די אַלסט קאַרניוואַל, די לאקאלע ווערסיע פון פייערונגען וואָס גע'יובל'ט לענגאויס טיילן פון אייראָפּע און לאַטיין אַמעריקע. די וויסמויל'ן גרופּע, אַ וועטעראַן טיילנעמער וואָס ספּעציאלעזירט זיך אין הייפּער-רעאַליסטישע פּאָפּעטס, האט געמאכט די אויסשטעל צו אדרעסירן העכערדיגע פּרייזן, האבן זיי געזאגט פאר אַ בעלגישע בלאָגער פאריגע חודש. זיי רופט די אַרבעט "שבת יאהר". די אויסשטעל צייגט צוויי ריזיגע פּאָפּעטן מיט שטריימליך, ביבער היטן, מיט פיאות ביי די זייטן. איין פּאָפּעט שמייכלט בעת ער רייכערט א ציגאר, און שטרעקט אויס די האנט, ווי צו פארלאנגען געלד, און פארמאגט א ווייסע ראַט אויף זיין אקסל. ביידע פּאָפּעטן שטייען אויף גאָלד מטבעות און האָבן זעק מיט געלט ביי זייערע פיס. אין דער הינטערגרונט איז געזעהן געווען אַ רונדיגע פענסטער נאכגעמאכט פון אסאך אייראפעישע שוהלן מיט אַ קליינע פאלשע מזוזה אויף די רעכט זייט.

פאַר די 2013 אַלסט קאַרנאַוועל, האט אַ אַנדערע גרופּע דעזיינ'ד אַ שוועבענדע באלון נאכגעמאכט אַ נאַצי באַן וואגאן וואס איז גענוצט געווארן צו פירן אידן צו טויט לאגערן. די מענטשן וואָס האָבן דעזיינ'ד די פּאָפּעטן האבן מאַשירט דערנעבן אנגעטוהן ווי נאַצי עס.עס. אפיצירן ימ"ש און להבדיל חרדי'שע ארטאדאקישע אידן. א שילד אויף דעם וואגאן האט געוויזן פלעמיש-בעלגישע פּאַליטיקאנטן אנגעטוהן ווי נאַציס און האלטן פלעשער מיט ציקלאָן-בי, די גיפט וואס די נאַציס האבן גענוצט צו אויסקוילערן אידן אין גאַז קאמערן אין די שואה.


באריכט פון מאניס שעהר צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל