עס איז היינט אויפגעדעקט געווארן אז דער אמעריקאנער מיליטער האט געשטערט א פארצווייגטע רוסישע אפעראציע צו זיך מישן אין די אמעריקאנער מיד-טוירם וואלן, דורך בלאקירן אינטערנעט צוטריט פאר א רוסישע אגענטור וועלכע האט אנגעגרייט אן ארמיי פון פראפאגאנדע עקספערטן צו אנזייען פיינטשאפט און צומישעניש ביי די וויילער דורך נוצן סאציאלע מידיא. די עקספערטן זענען געווען איינקווארטירט אין א רוסישע ״אינטערנעט פארש אינסטיטוציע״, וועלכע דינט אלס שלייער פאר רוסישע פראפאגאנדע מאשינען וועלכע זוכן צו אונטערמינעווען אמעריקאנער דעמאקראטיע דורך פארשפרייטן פאלשע אינפארמאציע און אויפברענגען קאנטראווערסיאלע אנלעגנהייטן וועלכע צוטיילן שטארק די אמעריקאנער וויילער.

דער אמעריקאנער מיליטער האט באוויזן צו גענצליך אויסשאלטערן דעם אגענטור פון די אינטערנעט אין די טעג פון די מיד-טוירם וואלן, אין אן אפעראציע וועלכע ווערט באצייכנט אלס די ערשטע אפיציעלע סייבער-אפענסיווע פון אמעריקע קעגן רוסלאנד אויף צו באשיצן די אמעריקאנער וואל פראצעדור. דאס איז געקומען נאכדעם וואס אמעריקאנער שפיאנאזש אגענטורן האבן באוויזן צו באקומען א פונקטליכע בילד איבער דעם פארצווייגטן אפעראציע פון רוסלאנד צו אונטערמינעווען אמעריקאנער דעמאקראטיע און אויך אנדערע מערב וועלט לענדער, און האבן באקומען אויטאריטעט פון פרעזידענט טראמפ און קאנגרעס צו רעאגירן צו אזעלכע שריט מיט סייבער אטאקעס.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל