דריי רעפובליקאנער סענאטארן האבן געמאלדן אז זיי וועלן זיך אנשליסן אין די דעמאקראטישע מינאריטעט, צו שטימען פאר א רעזאלוציע וועלכע טוט אויפלעזן דעם עמורדזשענסי דעקלעראציע וואס פרעזידענט טראמפ האט דערקלערט איבער דעם גרעניץ וואנט, א זאך וואס וועט צווינגען פרעזידענט טראמפ צו נוצן זיין וועטא מאכט קעגן דעם געזעץ. סענאטאר טאם טיליס פון נארט קאראליינע, ליסע מורקאוסקי פון אלאסקע, און סוזען קאלינס פון מעין האבן אלע דריי געזאגט אז זיי וועלן שטימען מיט דעמאקראטן קעגן דעם דעקלעראציע. אויב נאך איין רעפובליקאנער שליסט זיך אן, פארמאגט דער ביל א מערהייט אין ביידע הייזער, און וועט צווינגען דעם פרעזידענט דאס צו וועטאאירן.

דער פרעזידענט פארמאגט די לעגאלע מאכט צו וועטאאירן, אבער דאס וועט אריינלייגן די רעפובליקאנער אין א פאליטישע דילעמאַ, וויבאלד זיי פלעגן שטארק קריטיקירן פרעזידענט אבאמא פאר׳ן נוצן דעם וועטא מאכט, און עס באצייכנט אלס א מיסברויך פון זיין עקזעקיוטיווע מאכט. ארום צען רעפובליקאנער סענאטארן האבן עפנטליך קריטיקירט דעם עמורדזשענסי דעקלעראציע, און עס איז דעריבער העכסט ווארשיינליך אז דאס וועט אריבערגיין אין סענאט.

טאם טיליס
סענאטאר טאם טיליס

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל