מייקל כהן, דער לאנגיעריגער אדוואקאט און "פיקסער" פאר פרעזידענט טראמפ, איז היינט אראפגעקומען אין קאנגרעס וואו ער וועט זיך באטייליגן אין דריי טאגיגן פארהער אין וועלכע ער גרייט זיך צו באשולדיגן זיין געוועזענער בעל הבית אין קרימינאלע פארברעכנס, און פארשפרעכט צו ארויסגעבן ״סודות פון חדר״ און איבערווייזן אז טראמפ איז געווען פארמישט אין קרימינאלע פארלעצונגען.

דאס ווייסע הויז האט שוין פון פאראויס אוועקגעמאכט כהן׳ס עדות׳שאפט' זאגנדיג ״ער איז א כראנישע ליגנער וועלכע איז געפונען געווארן שולדיג אין ליגנט זאגן פאר קאנגרעס, עס איז א געלעכטער אז דעמאקראטן אין קאנגרעס פארלאזן זיך אויף אזא פארשוין״. אבער דער אדוואקאט פאר כהן זאגט' אז זיין קליענט גרייט זיך צו צייגן דאקומענטן און באווייזן צו אונעטערשטיצן זיינע באשולדיגונגען קעגן דעם פרעזידענט.

די פארלעצונגען זענען ארום די ״שווייגעניש געלט״ וואס כהן האט געגעבן פאר מענטשן מיט נעגאטיווע אינפארמאציע קעגן פרעזידענט טראמפ דורכאויס דעם קאמפיין, א זאך וואס פארלעצט קאמפיין פינאנץ געזעצן, און אויך אנדערע פינאנציעלע פארברעכנס אינעם טראמפ ארגאניזאציע וואס כהן זאגט אז טראמפ פערזענליך האט אים באאויפטראגט צו דורכפירן.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל