פארשטייער פון פארשידענע פראקציעס אין אפגאניסטאן האבן אויסגעדריקט צופרידנהייט פון די פארשריט אין די געשפרעכן וואס ווערן אפגעהאלטן אין די טעג אין קאטאר, נאכדעם וואס די טאליבאנער האבן געהעכערט זייער דעלעגאציע דארט צו העכערע באאמטע, און געשיקט צו די פארהאנדלונגס טיש זייער צווייט העכסטער באאמטער מולאה אבדול גהאני באראדער, וועלכער איז פון די גרונדער פון די טאליבאנער באוועגונג אין אפגאניסטאן, און ווערט געזען ווי א צייכן אז  די גרופע איז גרייט צו שליסן אן אפמאך איבער די פאליטישע צוקונפט פון אפגאניסטאן.

פונעם אמעריקאנער זייט ווערן די געשפרעכן געפירט דורכ׳ן אמעריקאנער דיפּלאָמאַט זאַלמעי כאַליזאַד, א אפגאנער געבוירענער וועלכער פרעזידענט טראמפ האט געשטעלט אלס זיין ספעציעלער שליח צו די געשפרעכן. עס ווערן דיסקוטירט די איינצעלהייטן פון א מעגליכע ריקצוג פון אמעריקאנער קרעפטן אין אויסטויש פאר א פייער שטילשטאנד דורך די טאליבאנער.

די טאליבאנער האבן פארשפראכן אז אויב אמעריקע ברענגט אהיים אלע 12 טויזנט טרופן, וועלן זיי פארשפרעכן אז אפגאניסטאנער באדן ווערט נישט גענוצט צו פלאנירן און אנגרייטן טעראר אטאקעס קעגן אמעריקע. די געשפרעכן זוכן צו אויסהאמערן א ראוד מאפע וויאזוי די ריקצוג זאל צוגיין, און וואספארא גאראנטי די טאליבאנער זאלן דארפן געבן פאר זייערע פארשפרעכונגען.

זאַלמעי כאַליזאַד
דער אמעריקאנער דיפּלאָמאַט זאַלמעי כאַליזאַד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל