פרעזידענט טראמפ האט היינט געלאנדעט אין האנוי, דער הויפטשטאט פון וויעטנאם, א טאג נאכדעם וואס דער נארט קארעאר פירער קים יאנג-אן איז אנגעקומען אהין מיט א באן, און ביידע גרייטן זיך צום צווייטן סאמיט - וועלכע הייבט זיך אן מארגן און וועט נעמען דריי טאג - אין וועלכע פרעזידענט טראמפ האפט דאסמאל צו באקומען א מער קאנקרעטע פלאן פון דע-נוקלעאריזאציע פונעם קארעאר האלב-אינזל.
פרעזידענט טראמפ האט אין די לעצטע וואכן עפנטליך אויסגעלויבט דעם דעספאט אלס א קלוגער און בראווער פירער, אין א קענטליכע פארזוך אים צו ברענגען צום טיש, און פארשפראכן אז נארט קארעא וועט פארוואנדלט ווערן אין אן עקאנאמישע מאכט אויב ער איז גרייט צו אויפגעבן זיינע נוקלעארעא זאפאסן. טראמפ האט עטליכע מאל אונטערגעשטראכן אז ער האט אנגעקניפט א נאנטע פריינטשאפט מיט קים יאנג-אן און געזאגט אז ער געטרויעט אים.
אין א רעדע פאר גאווערנערס איבער אמעריקע, האט פרעזידענט טראמפ געזאגט אז ער האט אנטוויקלט א גאר נאנטע פריינטשאפט מיט קים יאנג-אן, און געזאגט אז ער יאגט זיך נישט פאר אן אפמאך, און ער וועט נישט לינדערן די סאנקציעס ווילאנג עס איז נישטא קיין קאנקרעטע אפמאך, אבער האט אויסגעדריקט אפטימיזם, און צוגעלייגט אז ווילאנג נארט קארעא פירט נישט דורך קיין פראבעס איז עס א געווינס.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה