ארגענטינע'ס הויפט רב איז אין שפּיטאָל אין אַ ערנסטע צושטאַנד נאָכ'ן געשלאגן ווערן בשעת אַ היים אינוואַזיע מאנטאג. די אָנפאַל אויף הרב גבריאל דאַווידאָוויטש אין די בוענאס איירעס "וואָנס" קוואַרטיר איז פארדאמט געווארן דורך אידישע גרופּעס אלס אַן אַנטיסעמיטישער אָנפאַלן.
"אַמיאַ" איז די אַקראַנים פאר אַסאָסיאַציע פון פאראייניגטע אידן אין ארגענטינע.
די אַטאַקירערס, וואָס האבן אריינגעבראכן אין די היים פון הרב דאַווידאָוויטש אין די פרימאָרגן שטונדען, האבן געשריגן "מיר וויסן איר זענט א אַמיאַ רבי", בשעת'ן שלאגן אים, לויט צו א לאקאלע פרעסע מעסעדזש. די רב'ס פרוי איז געבינדען געווארן און די פארברעכערס האבן גענומען געלט און אנדערע געהערן פון דער היים איידער זיי זענען אנטרינען. די רב איז אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל מיט עטלעכע צובראכענע ריפּ ביינער און אַ געלעכערטע לונג רח"ל.
"אַמיאַ" איז די אַקראַנים פאר אַסאָסיאַציע פון פאראייניגטע אידן אין ארגענטינע.
הרב גבריאל דאַווידאָוויטש
באריכט פון נתן אייזיקסאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)
הוסף רשומת תגובה