טעהראן – די רעגירונג אין איראן גייט אריבער אן ערנסטע אויפשאקלונג, נאכדעם וואס דער אויסערן מיניסטער מוכאמעד זשאוואד זאריף האט שאקירט די וועלט און געמאלדן נעכטן זיין פלוצימדיגע רעזיגנאציע. זאריף האט דערווייל נישט אנגעגעבן קיין סיבה צו זיין רעזיגנאציע, אבער עקספערטן זאגן אז ער איז אונטער גרויס דרוק פון אלע זייטן, אין פארבינדונג מיט'ן נוקלעארן דיעל וועלכע האלט אט ביים אינגאנצן צעפאלן.

זאריף'ס רעזיגנאציע איז אויך א סימפטאם איבער'ן צושטאנד פון דער גאנצער איראנער רעגירונג, און אן אנדייטונג אז פרעזידענט כאסאן רוכאני איז מיט א פוס אינדרויסן, צוליב אומצופרידנקייט מיט אים. רוכאני ליידט פון אינערליכע קריטיק אז דער נוקלעארער דיעל האט נישט געברענגט די גרויסע עקאנאמישע בענעפיטן וואס ער האט פארשפראכן. דער פארלאמענט וויל אן אפשטימונג אים ארויסצואווארפן.


פון דער איד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל