וויסקאַנסין גאָווערנאָר טאָני עווערס האט באפוילן די סטעיט'ס 112 טרופּן צו פארלאָזן זייער פאזיציעס ביי די אמעריקאנער  דרום גרעניץ מאנטאג אָווענט.

די דעמאָקראַט'ס באפעהל שטעלט וויסקאַנסין אלס די דריטע סטעיט צו אוועקציען אירע נעשאָנעל גאַרדס פון די גרעניץ די מאנאט, ארויסברענגענדיג פרעזידענט דאָנאַלד טראָמפּ'ס רהעטאָריק אַרום גרעניץ זיכערהייט. "עס איז פשוט נישט פארהאן טויגליכע באווייזן אונטערצושטיצן די פּרעזידענט'ס טענות אַז עס עקסיסטירט אַ נאציאנאלע זיכערהייט קריזיס אין אונזער סאָוטוועסטערן גרעניץ", האָט עווערס געזאגט אין אַ פרעסע רעליעס (לייענט די גאנצע ביים ענדע). "דעריבער, איז נישט פארהאן קיין בארעכטיגונג פאַר די אָנגייענדיגע באַדינגונג פון וויסקאַנסין נעשאָנעל גאַרדס פּערסאַנעל ביי די גרעניץ". עווערס האט צוגעגעבן אַז דער גרעניץ דארף זיין די פאַראַנטוואָרטליכקייט פון "די יו.עס. קאָסטאָם און באָרדער פּראַטעקשאָן" אגענטור.

וויסקאַנסין גאָווערנאָר טאָני עווערס, און זיין טוויט




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל