פּאַקיסטאַן זאגט אז זי רעזערווירט אירע רעכט צו ענטפערן צו אינדיע'ס לופט-אטאקע אויף איר טעריטאָריע היינט פארטאגס, און האט פאררופן אַ זיצונג פון אין הויפט נוקלעארע קאמאנד אויטאָריטעט, ווען די אנגעצויגנקייט צווישן די צווי אזיענער נוקלעארע מאכטן דערגרייכט א נייע הויכקייט. די אינדיאַנער עיר פארס האט אטאקירט נאָענט צו די צפונ'דיגע פּאַקיסטאַנער דאָרף דזשאַבאַ, וואס געפונט זיך בערך זעקס מייל מערב פון די גרעניץ מיט די פּאַקיסטאַן-קאנטראלירטע קאַשמיר, און 37 מייל פון די קאָנטראָל ליניע וואס טיילט אפ די אינדיאַנער און פּאַקיסטאַנער טיילן פון קאַשמיר.
אינדיע'ס אויסערן מיניסטאר האט געזאגט אז די "נישט-מיליטערישע פּרי-עמפּטיווע אקציע" ציהלנדיג אַ טרעינינג קעמפ פאַר די באוואפענטע גרופּע דזשעיש-ע-מוכאַמעד (JeM), וואָס האט גענומען פאַראַנטוואָרטליכקייט פאר אַ זעלבסטמאָרד אטאקע פריער די מאנאט וואָס האט אומגעברענגט 42 אינדיאַנער זיכערהייט קרעפטן באַאַמטע און געברענגט אנגעצויגנקייט צווישן די צוויי שכנים צו אַ הויכע שטאפל. "אין די אָפּעראַציע, אַ זייער גרויסע נומער פון "דזשעיעם" טעראריסטן, מושטירער, ראנקיגע קאמאנדירן און גרופּעס פון דזשיהאַדן וואס ווערן מושטירט פאַר [זעלבסטמאָרד] קאַמף זענען עלימינירט געווארן", האט אויסערן מיניסטאר ווידזשעי גאָכעיל דערציילט פאר רעפּאָרטערס אין ניו דעלי.

פּאַקיסטאַן, פון די אנדערע זייט, לייקענט אפ די באשולדיגונגען, זאגענדיג אַז אינדיע האט "ליגנט געזאגט", און אַז קיינער איז נישט אומגעקומען פון די אנגריפן. "עס איז אפילו נישט געווען א איינציגסטע ציגל אין די ברוכווארג", האט געזאגט דער פּאַקיסטאַנער מיליטערישער ווארטזאגער הויפט גענעראל אַסיף גאַפור ביי אַ פרעסע קאָנפערענץ אין די מיליטערישע הויפּטקוואַרטיר אין ראַוואַלפּינדי. "אויב עס איז געווען סיי וואספאַראַ אינפראַסטרוקטור, וואָלט געווען ברוכווארג, זיי זאָגן [הונדערטער] מענטשן זענען גע'הרג'עט געווארן - איך זאָגן אַז אויב עס וואלט געווען אַפילו נאר 10 מענטשן, וואָלט געווען עטליכע קערפער דאָרט". גאַפור האט איינגעלאדענט אינטערנאַציאָנאַלע דיפּלאַמאַטן און מידיאַ צו באַזוכן די ארט צו באַשטעטיגן פּאַקיסטאַן'ס ווערסיע פון געשעענישן.
בילדער
פּאַקיסטאַנער מיליטערישער ווארטזאגער הויפט גענעראל אַסיף גאַפור האט גע'טוויט'ד די פאלגענדע בילדער, צו ווייזן ווי נישטיג די שאדן איז געוועןמאפע
די אטאקע איז פארגעקומען נאָענט צו די צפונ'דיגע פּאַקיסטאַנער דאָרף דזשאַבאַ, בערך זעקס מייל מערב פון די גרעניץ מיט די פּאַקיסטאַן-קאנטראלירטע קאַשמיר, און 37 מייל פון די קאָנטראָל ליניע וואס טיילט אפ די אינדיאַנער און פּאַקיסטאַנער טיילן פון קאַשמיר
הוסף רשומת תגובה