אינדיע האט געזאגט אז זי וועט עפענען א מאסיווע קאמפיין צו ״גענצליך איזאלירן״ פאקיסטאן, נאכדעם וואס זי האט איר באשולדיגט אין א זעלבסמארד טעראר אטאקע אין דער אינדיע-קאנטראלירטע קאשמיר ראיאן, וועלכע שטייט אין צענטער פון די קאנפליקט צווישן אינדיע און פאקיסטאן. דער אטאקע האט אומגעברענגט 44 אינדיער זעלנער, און איז באצייכנט געווארן אלס די טויטליכסטע אטאקע אינעם ראיאן פאר צענדליגע יארן.  עס איז דורכגעפירט געווארן דורך א גרופע וואס רופט זיך דשאיש-א-מוכאמאד, און געניסט פון אומאפיציעלע שטיצע פון די פאקיסטאנער רעגירונג, און דעריבער טוט אינדיע איר באשולדיגן אז זי איז פאראנטווארטליך פאר דעם אטאקע. דער אינדיער אויסערן מיניסטער האט געזאגט אז אינדיע וועט נעמען אלע מיטלן צו לייגן דרוק אויף לענדער איבער די וועלט און אינטערנאציאנאלע ארגאניזאציעס צו ארויסווארפן פאקיסטאן פון די  פעלקער פאמיליע. און וועט אויך לייגן שוועריגקייט אויף פאקיסטאנער עקספארט קיין אינדיע, וועלכע קען זיי שטארק שאטן עקאנאמיש.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל