אין די לעצטע וואך האבן טערקישע זיכערהייטס קרעפטן ארעסטירט איבער 1,100 טערקן, מיינסטנס אפיציעלע לאקאלע באאמטע און עפנטליכע פיגורן, צוליב אנגעבליכע פארבינדונגען מיט׳ן אמעריקאנער-טערקישער גייסטליכע פאטולא גולאן וועמען ערדאוואן באצייכנט אלס זיין געשוואוירענער פיינט און באשולדיגט אים אין די 2016 פוטש פארזוך. די ארעסטן זענען אין צוגאב פון טויזנטער ארעסטן אין די לעצטע צוויי יאר פון הויכראנגיקע רעגירונג באאמטע, מיליטערישע פירער, גייסטליכע פירער און אקטיוויטסטן, וועלכע ווערן באשולדיגט אין אנגעבליכע אנטי-רעזשים אקטיוויטעטן, און ווערן פאראורטייל צו שווערע שטראפן אין ״מאסן פראצעסן״ פון עטליכע הונדערט אויף אמאל.

אפאזיציע גרופעס אין טערקיי ווארענען אז די מענטשן רעכטן פון די ארעסטירטע ווערט גענצליך איגנארירט, און זיי קענען זיך נישט פארטיידיגן און שטייען אויס פייניגונגען אין טורמע. ״הונדערטער פאליציי אפיצירן האבן באקומען לעבנסלענגליכע טורמע אהן קיין שום באווייזן אז זיי האבן געהאט שייכות צום פוטש״, זאגט אן אפאזיציע פירער צו די פרעסע.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל