פרעזידענט טראמפ האט דערקלערט א נאציאנאלע עמורדזשענסי איבער דעם מעקסיקאנער גרעניץ, ווי נעכטן פאראויסגעזאגט דורך סענאט מאיאריטעט פירער מיטש מעקאנעל, נאכדעם וואס ער האט נישט באוויזן צו באקומען פעדעראלע געלטער דערפאר פון קאנגרעס. א נאציאנאלע עמורדזשענסי ערלויבט דעם פרעזידענט צו נוצן ביליאנען דאלארן אהן קיין באשטעטיגונג פון קאנגרעס, און ווערט שטארק קריטיקירט דורך דעמאקראטן, וועלכע זאגן אז דאס איז א מיסברויך פון פרעזידענטליכע מאכט, און פארשפרעכן א לעגאלע קאמפ.

עטליכע רעפובליקאנער האבן זיך אנגעשלאסן אין די קריטיק פון די דעמאקראטן, אריינגערעכנט סענאטאר מארקא רוביא פון פלארידע, און דער פרישער סענאטאר מיט ראמני פון יוטא. אבער קאנגרעס און סענאט מוזן האבן א ״איבער-מערהייט״ פון צוויי דריטל צו קענען אנולירן א פרעזידענטליכע וועטא, און דעמאקראטן וועלן דאס ווארשיינליך נישט באווייזן.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל