אין א פרואוו צו ״שטעלן אויפ׳ן פלאץ״ די דעמאקראטן האט דער סענאט פירער מיטש מעקאנעל געזאגט אז ער וועט ארויפברענגען פאר אן אפשטימונג דעם ״נייע גרינע דיל״ וועלכע איז פארגעשלאגן געווארן דורך א גרופע פראגרעסיווע דעמאקראטן, אין שפיץ פון קאנגרעספרוי אקאסיא קארטעז, און סענאטאר עדווארד מורקי פון מאסאטשוסעס.

דער ביל פארמאגט גאר ראדיקאלע פראגרעסיווע פארשלאגן צו איינצוימען קלימאט טויש, אריינגערעכנט זאכן וועלכע זענען טעכניש אוממעגליך צו אויספירן, אבער וויבאלד עס איז פאפולאר צווישן פילע דעמאקראטישע וויילער האבן עטליכע דעמאקראטישע סענאטארן, הויפטזעכליך די וועלכע זוכן צו לויפן פאר פרעזידענט, אויסגעדריקט עפנטליך שטיצע פאר דעם פלאן.

מעקאנעל - וועלכער ווייסט אז רוב דעמאקראטן זענען נישט אין שטיצע דערפון - זוכט מיט׳ן עס ארויפברענגען צו אן אפשטימונג צו צייגן אז רוב דעמאקראטן זענען דערקעגן, און עס וועט אריינלייגן פילע סענאטארן אין א שווערע דילעמע. דערווייל האבן בלויז 11 סענאטארן עפנטליך אויסגעדריקט שטיצע פאר׳ן ביל.




גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל