איינע פון די מערסט פארצווייגטע אינפרוסטרוקטור פראיעקטן אין אמעריקע איז געגאנגען שלאפן איבער נאכט ווען דער גאווערנער פון קאליפארניע האט געמאלדן אז ער ענדיגט א מאסיוון שנעל באן פראיעקט וועלכע האט געזאלט טראגן רייזנדע פון לאס אנדשעלעס קיין סאן פראנציסקא.
דער גאווערנער האט געזאגט אז דער פראיעקט וועט נעמען צו לאנג און קאסטן צופיל אויף צו בארעכטיגן אזא אונטערנעמונג, די קאסטן דערפון ווערן יעצט געשאצט ביי ארום 77 ביליאן דאלער, און דעריבער וועט ער זוכן צו טוישן די פלענער פאר א מער באשיידענע, און שטייטערע, באן ליניע.
די פאקט אז די רייכסטע און מערסט ליבעראלע שטאט אין אמעריקע קען נישט ווייטער גיין מיט אזא פראיעקט קומט אין די זעלבע צייט וואס ליבעראלן קאמפיינען פאר מער לאנג-שטרעקיגע באן ליניעס אין אמעריקע אין א פרואוו צו באקעמפן גלאבאלע אנווארמונג, און שטרייכט אונטער די הויכע קאסטן און קאמפליקאציעס פון אזעלכע פראיעקטן.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה