אריינגייענדיג אין די צווייטע וואך פון די ״טעקס פייליניג סעזאן״ צייגן די איי-אר-עס סטאטיסטיקס אז די צאל אמעריקאנער וואס קריגן א טעקס ריטוירן איז דראסטיש געפאלן, און אזוי אויך די סומע פון געלט וואס מען קריגט אינעם טעקס ריטוירן.

דעמאקראטן שפילן שטארק אויף דעם פאקט אז שטייער ריפאנדס זענען אראפ מיט 23%, און אז די דורכשניט פאר יעדע פאמיליע איז ארום 170 דאלער ווייניגער אינעם טעקס ריטוירן, און נוצן עס אלס באווייז אז דער שטייער שניט האט בענעפעטירט די רייכע, און שאדן געמאכט פאר מיטל קלאס וועלכע קוקן שטארק ארויס אויפ׳ן טעקס ריטוירן.

אבער רעפובליקאנער ווייזן אן אז טעקס ריטוירנס צייגן בלויז א טיילווייזע בילד, וויבאלד דער ריטוירן איז אייגנטליך וואס די רעגירונג געט צוריק וויבאלד זיי האבן גענומען צופיל, און די שטייער רעפארם האט געמאכט דעם סיסטעם איינפאכער, ממילא נעמט די רעגירונג לכתחלה וויייניגער און די פעיראל טשעקלעך זענען גרעסער.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל