מעיאר די-בלאזיא האט נעכטן אפגעהאלטן א ראלי אין א דעם ״קינגסוועי דשואיש צענטער״ אין ברוקלין - מיט די באטייליגונג פון פילע לאקאלע פאליטיקאנטן און פאליציי הויפטן - אין וועלכע ער האט פארדאמט אן אויפשטייג אין אנטיסעמיטישע אטאקעס.

דער מעיאר — שטייענדיג אונטער א שילד וועלכע ליינט זיך ״ניו יארקער זענען שטערקער צוזאמען, האט פארשפראכן צו ארבעטן אינאיינעם מיט אידישע פירער אין אדרעסירן דעם פראבלעם, זאגנדיג אז מען דארף אנערקענען אז אנטיסעמיטיזם עקזיסטירט סיי אינעם רעכטן און סיי אינעם לינקן לאגער.

צווישן אנדערע האט אויך גענומען דאס ווארט דער פאליציי שעף ראדני העריסאן וועלכע האט געזאגט אז אין ליכט פון פארמערטע פיזישע אטאקעס אקעגן אידן אין ברוקלין האט פאליציי אונטערגענומען מער פאטראל און שטרענגערע אינפארסירונג אין אידישע געגענטער, און פארשפראכן אז פאליציי וועט נישט טאלערירן די סארט אינצידענטן.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל