נאכדעם וואס די פראגרעסיווע פאליטיקאנטן האבן באוויזן צו ארויסשטויסן עמעזאן פון ניו יארק, און דערמיט צוגרונד געלייגט א מולטי-ביליאן דאלער פראיעקט מיט 25 טויזנט דשאבס, האבן זיי דערקלערט זייער קומענדיגע ציל, נעמליך צו איינצוימען עמעזאן ביזנעס אספיראציעס אין ניו יארק.

קאנסילמאן ריטשי טארעס פון בראנקס, איינער פון די אויסגעשפראכענע אנטי-עמעזאן פאליטיקאנטן, האט פארגעשלאגן א ביל וועלכע וועט פארבאטן דאס אויסשפרייטונג פון די קאשירלאזע געשעפטן וואס עמעזאן שטעלט אויף אין ניו יארק, וואו קליענטן קענען אריינגיין קויפן אן דארפן באצאלן ביי א קאסע, און קענען צאלן פון זייער סמארטפאון.

טארעס זאגט אז דאס שטעלט אין געפאר לאקאלע געשעפטן וואס קענען זיך נישט פארמעסטן מיט אזא גיגאנטישע קאנקורענץ און וועט עלימינירן לאקאלע ביזנעסער. עמעזען פלאנט צו אויפשטעלן דריי טויזנט אזעלכע געשעפטן אין אמעריקע, אריינגערעכנט הונדערטער אין ניו יארק סיטי.
.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל