מיליטערישע באאמטע אין פאקיסטאן האבן געזאגט אז דער פרעמיער מיניסטער אימראן קהאן האט באאויפטראגט דעם מיליטער זיך צו אנגרייטן צו די מעגליכקייט אז אינדיע וועט זיי אטאקירן, און פארשפרעכן צו רעאגירן מיט׳ן ״פולסטן קראפט״ קעגן אינדיע. א זאך וואס ברענגט זארג איבער די וועלט אז די צוויי נוקלעארע מאכטן וועלן זיך דערגיין צו א פולשטענדיגע קריג.

דאס קומט אין ליכט פון אן אטאקע אינעם אינדיע-קאנטראלירטע קאשמיר געגענט אין וועלכע 42 אינדיער זעלנער זענען אומגעקומען, און אינדיע באשולדיגט פאקיסטאן אין דעם אטאקע זאגנדיג אז זי שענקט שוץ און שטיצע פאר די טעראר גרופעס וועלכע שטייען אונטער דעם אטאקע, און פארשפראכן א ״שטוינענדע נקמה״ דערויף.

פאקיסטאן ווארפט אפ דעם שולד, און זאגט אז די טעראריסטן זענען נישט געקומען פון פאקיסטאן, און באשולדיגט אינדיע אין אויסנוצן דעם אטאקע אויף צו אראפרייסן פאקיסטאן. די צוויי לענדער זענען שוין אין קאנפליקט פאר איבער זיבעציג יאר, הויפטזעכליך איבער קאנטראל אויף דעם קאשמיר ראיאן.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל