דער פראנצויזישער יוסטיץ מיניסטער האט נעכטן קאטעגאריש אפגעווארפן דעם עפנטליכן רוף פון פרעזידענט טראמפ צו אייראפעאישע לענדער צו צוריקנעמען אירע בירגער וועלכע זענען געפארן זיך אנשליסן מיט די אייסיס קעמפער אין סיריע, זאגנדיג אז ״מיר נעמען נישט קיין באפעלן פון טראמפ״ און דערביי אראפגעריסן די פאליסיס פון פרעזידענט טראמפ אין סיריע.

עס האנדלט זיך פון הונדערטער ארעסטאנטן וועלכע ווערן יעצט באוואכט דורך אמעריקע, פרעזידענט טראמפ וויל אז זיי זאלן ארעסטירט ווערן און געשטעלט ווערן פאר א פראצעס אין זייערע היימלענדער, און האט געווארנט אז אויב וועלן זיי נישט צוריקגענומען ווערן דורך די אייראפעאישע לענדער וועט אמעריקע זיי ארויסלאזן אויף די פריי, וויבאלד זיי צו באוואכן האלט אפ דעם אמעריקאנער ריקצוג פון סיריע.

עטליכע אייראפעאישע באאמטע האבן געברויזט אויף די עפנטליכע סטעיטמענטס פון פרעזידענט טראמפ, זאגנדיג אז ער האט זיך נישט באראטן מיט די אליאירטע לענדער פאר׳ן נעמען דעם באשלוס צו מאכן דעם ריקצוג, און ער קען נישט פארלאנגען פון זיי זיך צו באפאסן מיט די קאנסעקווענצן.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל