געזעצגעבער אין קאליפארניע האבן פארגעשלאגן א געזעץ צו עלימינירן דעם ספיד לימיט אויף עטליכע אינטערסטעיט הייוועיס אין קאליפארניע, זאגנדיג אז די יעצטיגע ספיד לימיטס אויף הייוועיס זענען צוריקגעשטאנען, און זענען צוגעפאסט צו די פאריגע גענעראציע פון קארס. און היינטיגע אויטאס קענען אנציען העכערע ספיד מיט רעלאטיווע זיכערהייט.

דאס קומט נאכדעם וואס זיבן שטאטן האבן געהעכערט אין די לעצטע יארן דעם ספיד לימיט צו איבער אכציג, און שטודיעס צייגן אז עס האט זיך נישט דערקענט קיין העכערונג אין פאטאליטעטן, און זיי צייגן אויף אן אויף דעם דייטשן ״אויטאבאן״ שאסיי וועלכע פארמאגט בכלל נישט קיין ספיד לימיט און עס ווערט פאררעכנט אלס א פארהעלטנסמעסיג זיכערער הייוועי.

דער געזעץ קומט אין א צייט וואס דער מאסיווער שנעל-באן צווישן סאן פראנציסקא און לאס אנדשעלעס איז אפגעשאפן געווארן, און געזעצגעבער זאגן אז דער ערזאץ איז צו צולייגן לעינס אויף די צענטראל שאסייען, און ערלויבן אומבאגרעניצטע ספיד פאר די וועלכע ווילן.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל