דער עלעקשאן באורד אין צפון קאראליינע האט באשטימט א פרישע פארמעסט אינעם ניינטן דיסטריקט אין צפון קאראליינע, נאכדעם וואס עס זענען אפירגעקומען באווייזן אז עס זענען פארגעקומען פעלשערייען אויף א מאסשטעבליכן פארנעם דורך דער רעפובליקאנער זייט. דער באורד אוו עלעקשען האט איינשטימיג אגענומען דעם באשלוס דורך די פארטרערט פון ביידע פארטייען.

דאס איז געקומען נאכדעם וואס דער רעפובליקאנער קאנדידאט וועלכער האט געווינען מיט א שמאלע מערהייט האט עפנטליך געזאגט אז ער שטיצט דעם געדאנק פון פאררופן פרישע וואלן, און אזוי ארום האט ער פארמיטן א געריכטליכע פראצעדור. דער רעפובליקאנער קאנגרעסמאן האט זיך אפגעשאקלט פון די פעלשערייען דורכגעפירט דורך פאליטישע אקטיוויסטן און געזאגט אז פארשטייט די אומצוטרוי אינעם אויסגאנג און טוט איינגיין אויף פרישע וואלן.

העריס האט געווינען איבער דעם דעמאקראטישן קאנדידאט דען מעקרידי מיט קנאפע 905 שטימעס צווישן א טאטאל פון איבער 282 טויזנט אפגעגעבענע שטימען, און ווען עס זענען אפירגעקומען באווייזן אז רעפובליקאנער האבן געפעלשעוועט אבעסענטי בעלאטס האט זיך געעפנט א לעגאלע קאמפ צו אנשטיידן אויב דער אויבערהאנט איז געקומען צוליב די שווינדלערייען.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל