קאנגרעס וועט היינט אפהאלטן אן אפשטימונג אויף א ביל וועלכע אנולירט דעם עמורדזשענסי דעקלעראציע פון פרעזידענט טראמפ, דער ביל איז פארגעשלאגן געווארן דורך קאנגרעסמאן דשאקין קאסטרא און פארמאגט 222 קא-ספאנסארס, מער פון די 218 וואס עס דארף האבן אויף צו אריבערגיין אין קאנגרעס. נענסי פעלאוסי האט נעכטן געזאגט אז זי וועט אפהאלטן א שנעלע אפשטימונג אויפ׳ן ביל און עס אפשיקן צום סענאט.

אינעם סענאט קען דער ביל שטעלן רעפובליקאנער אין א פארלעגנהייט, וויבאלד פילע האבן עפנטליך קריטיקירט דעם פרעזידענט׳ס עמורדזשענסי דעקלעראציע, אבער וועלן אויסשטיין פאליטישע שאדנס אויב שטימען זיין פאר׳ן דעמאקראטישן ביל. אבער עס איז מעגליך אז די דעמאקראטן וועלכע באווייזן צו באקומען עטליכע רעפובליקאנער שטימען און אריבערפירן דעם ביל.

דער פרעזידענט האט שוין געזאגט אז ער וועט וועטאירן דעם ביל, וואס באדייט אז קאנגרעס דארף האבן א רוב פון איבער צוויי דריטל צו אוועקנעמען פונעם פרעזידענט דעם וועט מאכט, און אזוי אויך צוויי דריטל אינעם סענאט, א זאך וואס קוקט נישט אויס אז דעמאקראטן וועלן קענען באווייזן.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל