א פעדעראלע ריכטערין האט נעכטן ארויפגעלייגט א ״געג ארדער״ אויף ראדזער סטאון וועלכע באצווינגט אים צו טון עפעס וואס איז מעגליך דאס שווערסטע פאר אים, נעמליך צו שווייגן. ער איז נישט ערלויבט צו מאכן קיין עפנטליכע קאמענטארן איבער זיין אנגייענדע קעיס, און איבער דעם מוללער אויספארשונג.

די זעלבע ריכטערין האט מיט זעקס טאג צוריק געאורטיילט אז ער מעג רעדן צו די מידיא, אבער זי האט ארויסגעגעבן דעם פרישן אורטייל נאכדעם וואס סטאון האט זיך גענומען קעגן איר פערזענליך און ארויפגעלייגט א בילד אויף סאציאלע מידיא וועלכע האט אנטהאלטן א ווארנונג קעגן איר.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל