דער אמעריקאנער סעקערטערי אוו סטעיט האט נעכטן אין אן אפיציעלן טעלעפאון געשפרעך מיט׳ן פוילישן אויסערן מיניסטער געזאגט אז אמעריקע שטייט צו די זייט פון פוילן און ערווארטעט פון מדינת ישראל זיך צו אנטשולדיגן איבער דעם באמערקונג פון דעם אויסערן מיניסטער ישראל כץ וועלכע האט באשולדיגט דעם פוילישן פאלק אין אנטיסעמיטיזם און איבער׳ן קאלאבערירן מיט די נאציס ביים צווייטן וועלט קריג.

ווי באריכטעט קומט דאס נאך א לענגערע דיפלאמאטישע סאמאטוכע וועלכע האט זיך אנגעהויבן ווען מיניסטער נתניהו האט געזאגט פאר די פרעסע - זייענדיג אין פוילן - אז דאס פוילישע פאלק האט געהאלפן די נאציס, א זאך וואס רופט ארויס צארן אין פוילן, וויבאלד זיי באטראכטן זיך אלס קרבנות פונעם נאצי אקופאציע און ווייזן אן אז מיליאנען פאלאקן זענען אויך אומגעקומען, און טויזענטער פאלאקן האבן זיך איינגעשטעלט דאס לעבן צו ראטעווען אידן.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל