א יו-ען פאנעל וועלכע האט אויסגעפארשט דעם מארד פונעם סאודיער דזשורנאליסט זשאמאל קאשוגי אינעם סאודיער אמבאסאדע אין איסטאנבול האט אפגעווארפן די סאודישע ארגומענט אז דער אפעראציע איז דורכגעפירט געווארן דורך סאודיער אגענטן אויף די אייגענע האנט, און אז די ציל איז נאר געווען אים צו פארכאפן און אהיימברענגען.

דער הויפט אויספארשער האט געזאגט, אז נאכ׳ן איבערגיין די באווייזן פון די טערקישע אויטאריטעטן איז ער געקומען צו א מסקנה אהן קיין שום צווייפל, אז דער מארד איז געקומען פון די העכסטע פענסטער, און איז געווען קלאר געפלאנט פון פאראויס, און אויך באשולדיגט סאודי אראביע אין שטערן דעם אויספארשונג.

סאודי אראביע האט געזאגט אז די רעגירונג האט ארעסטירט 21 באאמטע איבער דעם מארד, און 11 פון זיי שטייען אויס א פראצעס איבער מארד קלאגעס, אריינגערעכנט 5 פאר וועמען די פראקורארן פארלאנגען טויט שטראף.

זשאמאל קאשוגי
דער סאודיער דזשורנאליסט זשאמאל קאשוגי

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל