אין די לעצטע וואכן האט פרעזידענט עממאנועל מאקראן פון פראנקרייך אויסגעטוישט עפנטליכע באליידיגונגען און שטעכערייען מיט די פאפוליסטישע פירערשאפט אין איטאליע, אבער היינט איז די ריס זיך דערקייקלט צו אן ערנסטערע שטאפל, ווען פראנקרייך האט אהיימגערופן איר אמבאסאדער פון איטאליע פאר באראטונגען.

דאס קומט נאכדעם וואס דער דעפיוטי פרעמיער מיניסטער פון איטאליע לואידזשי דע-מעיאָ האט זיך נעכטן געטראפן אין פאריז מיט פארשטייער פון די "געלע וועסטלעך" אנטי-רעגירונג פראטעסטירער, אין א פרואוו צו שיקן א שטעך צו פרעזידענט מאקראן און אייראפע.

דער איטאליענער פאפוליסטישע רעגירונג האט זיך אין די לעצטע יאר אוועקגעשטעלט אלס די "אפאזיציע פון אייראפע", און איז צוריסן מיט רוב אייראפעאישע לענדער. דער פראנצויזישער אויסערן מיניסטעריום האט באצייכנט דעם ריס אלס "דאס ארגסטע זינט דעם צווייטן וועלט קריג".

לואידזשי דע-מעיאָ
דער דעפיוטי פרעמיער מיניסטער פון איטאליע לואידזשי דע-מעיאָ (Luigi Di Maio)

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל