דריי סטודענטן האבן געליטן מילדע וואנדן, ווען די סקול באס וואס זיי זענען געפארן האט זיך איבערגעדרייט זייטיג אויף אַ אייזיגע גאַס אין קענסאַס סיטי.

פּאָליציי זאגט אז דער עקסידענט איז פארגעקומען בערך 12:15 נעכטן נאכמיטאג, ווען די סטודענטן זענען געווען אויפ'ן וועג אהיים פון שולע. די גאנצע אינצידענט איז אפגעכאפט געווארן דורך א זיכערהייט קאמערא, אויף א דערנעבנדיגע אַפּאַרטמענט קאָמפּלעקס.

די עלטערן זענען געקומען צו די סצענע אפצונעמען די קינדער פונעם באס. די סקול דיסטריקט האט אפגעשטעלט אלע באסעס פון ארומפארן, און האט געבעטן עלטערן צו קומען אויפנעמען זייערע קינדער פון שולע. די דיסטריקט האט אויך געבעטן שטאָטישע באאמטע צו באהאנדלען אייזיגע גאסן נעבן די שולע.




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל