דער ״וואשינגטאן פאוסט״ האט נעכטן אויפגעדעקט פון אמעריקאנער שפיאנאזש קוועלער, אז דער מאכטפולער סאודיער קרוין-פרינץ מוכאמעד בין-סאלמאן האט פערזענליך פארארדנט אן אפעראציע צו אריינ'נער'ן דעם סאודיער זשורנאליסט זשאמאל קאשוגי צום סאודיער אמבאסאדע אין איסטאנבול, און אים פארכאפן און צוריקברענגען קיין סאודי אראביע.
קאשוגי איז - ווי באריכטעט - געווען א שטארקער קריטיקירער פון בין-סאלמאן, וועלכער האט אין די לעצטע יאר איבערגענומען די מאכט אין סאודי אראביע מיט א גאר שטייפע פויסט, און - ווי עס - שיינט איז די אפעראציע אים צו פארכאפן לעבעדיגערהייט נישט געגאנגען ווי געפלאנט, און ער איז ערמארדעט געווארן.
בין סאלמאן איז נאנט באפריינטעט מיט די טראמפ אדמיניסטראציע, און ספעציעל מיט דזשערעד קושנער, און אצינד פאדערט די אדמיניסטראציע אן ערקלערונג איבער דעם אינצידענט. פרעזידענט טראמפ האט נעכטן געזאגט, אז ער ווארט אויף ענטפערס פון די סאודיער, און האט אויך געזאגט אז ער האט געלאדענט די כלה פון קאשוגי צום ווייסן הויז.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה