אין א פרישע אנטוויקלונג אין די דראמא ארום דעם פארשוואונדענעם סאודיער זשורנאליסט כאמאל כאשוגי, טוט דער ״וואשינגטאן פאוסט״ - פאר וועמען כאשוגי האט אפט געשריבן - אויפדעקן פון שפיאנאזש קוועלער אין אמעריקע אז זיי האבן אויפגעכאפט קאמיוניקאציע צווישן סאודיער באאמטע אין די טעג פאר כאשוגי איז פארשוואונדן געווארן, אין וועלכע עס איז דיסקוסירט געווארן אים צו פארכאפן און צוריקברענגען קיין סאודי אראביע.
דער באריכט איז טיילווייז באשטעטיגט געווארן דורך סענאטאר באב קארקער, דער פארזיצער פון די אויסערן פאליטיק קאמיטע אין סענאט, וועלכער האט געזאגט אז ״אלע שפיאנאזש באריכטן וואס ער האט געזען״ צייגן אז סאודי אראביע האט אומגעברענגט דעם זשורנאליסט, און גערופן די טראמפ אדמיניסטראציע צו נעמען שריט קעגן סאודי אראביע.
כאשוגי איז - ווי באריכטעט - א גאר פראמינענטער פיגור אין די זשורנאליסטישע וועלט, און אן אויסגעשפראכענער קעגנער פונעם זעלבסט געקרוינטער דיקטאטור אין סאודי אראביע מוכאמעד בין-סאלמאן. ער האט אין די לעצטע יאר זיך אויפגעהאלטן אין וואשינגטאן, און פארמאגט דארט פילע פריינט וועלכע לייגן דרוק אויף די טראמפ אדמיניסטראציע צו נעמען שריט קעגן סאודי אראביע אין ליכט פון דעם מארד.

אין די זעלבע צייט האט א טערקישער רעגירונג צייטונג פארעפנטליכט די דעטאלן און בילדער פון 15 סאודיער בירגער וועלכע זענען געקומען און פארלאזט טערקיי אינעם טאג פון כאשוגי׳ס פארשוואונדונג, און לויט די טערקן זענען זיי געשטאנען אונטער דעם מארד. עס בלייבט נאר אומקלאר אויב זיי האבן אים געוואלט פארכאפן לעבעדיג, און עס האט זיך דערקייקלט, אדער עס איז געווען א פאראויס-פלאנירטע מארד.
כאשוגי איז - ווי באריכטעט - א גאר פראמינענטער פיגור אין די זשורנאליסטישע וועלט, און אן אויסגעשפראכענער קעגנער פונעם זעלבסט געקרוינטער דיקטאטור אין סאודי אראביע מוכאמעד בין-סאלמאן. ער האט אין די לעצטע יאר זיך אויפגעהאלטן אין וואשינגטאן, און פארמאגט דארט פילע פריינט וועלכע לייגן דרוק אויף די טראמפ אדמיניסטראציע צו נעמען שריט קעגן סאודי אראביע אין ליכט פון דעם מארד.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה