דער אמעריקאנער סטאק מארקעט האט היינט געהאט איר ארגסטן טאג אין די לעצטע צוויי יאהר, ווען אלע אינדעקס האבן געזען שארפע פארלוסטן. די דאו דזשאונס האט געזען דערווייל א פארלוסט פון 550 פונקטן, וואס איז 2.2%. די עס-ענד-פי האט פארלוירן 1.9%, און נאסדאק האט פארלוירן איבער 2.3%. דאס קומט צוליב א שטייגנדע זארג איבער העכערע אינטערעסט ראטעס, וואס קענען פארשטייטערן עקאנאמישע וואוקס, און אזוי אויך א וואקסנדע זארג איבער אינפלאציע. גרויסע טעכנאלאגיע פירמעס ווי עפל, עמעזאן און גוגל, האבן געזען שארפע פארלוסטן.

דאס קומט נאך איבער א יאר פון נאכאנאנדיגע וואוקס אין דעם סטאק מארקעט, וואס האט באוויזן צו ברעכן עטליכע רעקארדס. אנאליסטן זאגן אויך אז עס איז טיילווייז צוגעשריבן צו א באריכט פון די אינטערנאציאנעל מאנעטארי פאנד, וואס ווארנט אז די אמעריקאנער עקאנאמיע קען זעהן א ערנסטע קראך אויב וועלן די טאריפן און האנדלס קריגן אנהאלטן צו לאנג. 

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל